Picture
סימקאוויטש - סארא ברי' איז דאס?מ
סימקאוויטש דאט נעט איז געבוירן געווארן אין די פריע תש"ע יארן, דורך דעם גרעפיקער מיסטער סימקאוויטש הידוע. דער ציל איז געווען צו באדינען די פויערן מיט די אנרענדער פונעם קרעטשמע אין דארף. די קרעטשמע איז נאך דאן געווען אויף א קליינע פארמאט, עס האט קוים פארמאגט עטליכע טויזנט באזיצער און דאס האט נאך געהייסן אסאך אין יענע טעג; צו פארשטיין ווי אזוי עס האט דעמאלס אויסגעקוקט איז וויכטיג צו באטאנען אז דער פלאץ וואו מען וואשט זיך פאר שלש-סעודות, איז געווען דער גאנצער בית-המדרש...מ

מיסטער סימקאוויטש האט זיך אומגעקוקט אין די היינטיגע וועלט און געזען אז אין שטאט האט זיך יעדער אינזינען מיט גראפיק בשעת זיי ווילן זיך עדוועטייזן, האט ער דראסטיש געפרעגט "פארוואס זענען די דארפסלייט אנדערש? – פארוואס זאלן זיי נישט פארמאגן א גוט שטיקל גרעפיק?" מ

די דעמאלסדיגע קרעטשמער האבן נישט פארשטאנען וואס אזוינס מיסטער סימקאוויטש פארפירט, אבער סימקאוויטש האט זיך נישט געלאזט און מיט געוואלד געעפנט זיין וועב-זייטל סימקאוויטש דאט נעט.מ

שוין פון די ערשטע טאג איז די קאמפאני געוואקסן ווי אויף הייוון, די פויערן האבן געמאכט גראפיק פאר זייערע באלעגאלישע עדוועטייזמענט; איין עדוועטייזמענט האט געמאלדן אז א באלעגאלע איז גרייט אייך צו נעמען וואו אומער אין דארף, אויפן בעק-ראונד איז געווען א הערליך בילד פון א וואגן מיט א פערד וואס עסט תבואה; יאנאש האט געבעטן אן עדוועטייזמענט פאר זיין קרעטשמע, מען האט געזען א גראבן פלאש וויין און מען זעט ווי יאנאש מיטן וואנץ שטייט איבער דעם און שמעקט דעם פאס מיט מבינות, און אזוי האט יעדער פויער געמאכט זיינע עד'ס.מ

איינע פון די וויכטיגע זאכן וואס מיסטער סימקאוויטש האט אייגעזען פאר וויכטיג צו באדינען די פויערן, איז צו סערווירן פארשידענע בילדער אויף זיין סייט, וואס ווערט נאך ביזן היינטיגן טאג אפדעיטעד לויטן פארלאגנ פון די פויערן... כמעט יעדן טאג לייגט מיסטער סימקאוויטש ארויף אנדערע בילדער פון וואס די פויערן האבן שטארק הנאה דערפון; די בילדער ווערן ארויפגעלייגט דורך מיסטער סימקאוויטש אליין, ער לאזט דאס נישט אויף איינע פון זיינע פילע ארבייטער, נאר גיבט זיך אליין אפ דערמיט בכבודו ובעצמו... פון צייט צו  צייט קומט צו פארשידענע ווידיא קליפס, מיט פארשידענע אנווייזונגען איבער גראפיק און דעזיין. מ

מיט די צייט האט זיך דער קאמפאני פארגרעסערט, און מיט די היינטיגע וועלט האט זיך אויך די עדוועטייזמענט געטוישט אויף מער טעכנעלאגישע זאכן, און וואס א טאג וואקסט די קאמפאני גרעסער און גרעסער. מ

היינט צו טאגס איז סימקאוויטש דאט נעט א ריזיגע נעטווארק קאמפאני, עס באזיצט עטליכע הונדערט פויערן פון קרעטשמע וועלכע ארבעטן דארט איבערמידלעך, בשעת ווען סימקאוויטש דרייט זיך ארום צווישן די טישן און מאכט זיכער אז אלע פויערן ארבעטן פלייסיג. מ

טראצדעם וואס מיסטער סימקאוויטש פארמאגט היינט פילע ארבייטער און מענטשן וואס ארבעטן ארויף  זיין ביזנעס, גיבט ער זיך נאך אפ מיט איין וויכטיגע זאך, דאס איז ארויפצולייגן די בילדער מיט די ווידיאס צו די צופרידנהייט פונעם עולם... מיסטער סימקאוויטש מאכט זיכער אז יעדער פויער זאל זיך שפירן באקוועם ביי אים אויפן סייט און אלע זאלן זיין העכסט צופרידן. מ

ווען רעפארטער האבן געפרעגט מיסטער סימקאוויטש "וואס איז די סוד פון דיין הצלחה?", האט דער מיסטער געענטפערט ווי פאלגענד: "מיין מעסעדזש פאר די פויערן איז... ווי לאנג איר זענט פויערן וועל איך האבן הצלחה, איין מאל איר הייבט זיך אויף אביסל איבער די זעכציג איי-קיו, דאן בין איך אויף צרות... ממילא טייערע פויערן, בלייבט פויערן אויף שטענדיג". מ

מיט הצלחה! מ